Cassena Care

Rehabilitation Center, Physical Therapy

    • Contrast
    • Layout
    • Font

אייערע רעכטן אלס נוירסינג היים איינוואוינער אין ניו יארק

אן איינוואוינער פונם אנשטאלט האט איר רעכטן גאראנטירט דורך שטאטישע און פעדעראלע געזעצן. די מוז צו פארזיכערן און אויסהייבן אייערע רעכטן. אייערע רעכטן טוען שטארק אנדייטן אויף אינדיווידואלע אלס און זעלבסט זיכערקייט, אויסצוהייבן אייער אומאפהענגיגקייט און פארבעסערן דאס קוואליטעט אנשטאלט זעלבסט רעספעקט

פון אייער לעבן.

איר האט דעם רעכט צו:

• צו אויספירן אלע אייער רעכטן פריי פון שטערונג, באצווינגונג, דיסקרימיניציע, אדער נקמה.

• צו ווערן געשעצט אלס אן אינדיווידואלער מענטש, צו ווערן באהאנדלט מיט איינזעעניש, דרך ארץ און רעספעקט און

פולן אנערקענונג פון אייער זעלבסט ווירדע.

צו ווערן געפלעגט אין א וועג וואס פארבעסערט דאס קוואליטעט פון אייער לעבן, פריי פון פארשעמונג, טשעפען, •

אדער סטראשונקעס.

• צו זיין פריי פון פיזישע, געשלעכטליכע, מענטאל און ווערבול פייניגונג, פיזישע שטראפונגען, פינאנציעלע אויסנוצונג

און אומווילנדע אפגעזונדהייט וואס נעמט אריין פיזישע און כעמישע איינבינדונג.

פרייזן און סערוויסעס

איר האט דעם רעכט צו:

• צו זיין שריפטליך אינפארמירט איבער סערוויסעס און פרייזן פארן אריינקומען אינם נוירסינג היים און סיי וועלכע

מאל די סערוויסעס און פרייזן טוישן זיך.

אין צוגאב:

• די נוירסינג היים קען נישט פאדערן א מינימאלע אפצאל אריינצוקומען אויב איז Medicare אדער Medicaid

באצאלט פאר אייער באהאנדלונג.

פאר מענטשן וואס זוכן איינטריט צו די נוירסינג היים מוז די נוירסינג היים אייך זאגן (סיי מינדליך און סיי שריפטליך) ארויסלייגן געשריבענע אינפארמאציע איבער וויאזוי זיך איינצוגעבן און באנוצן מיט Medicare און Medicaid • און

באצאלט                                               בענעפיטן. עס — די נוירסינג היים מוז אויך צושטעלן אינפארמאציע איבער וויאזוי צו באקומען א ריפאנד אויב איר האט פאר א פראדוקט אדער סערוויס אבער צוליב Medicare און Medicaid קוואליפיצירונג רעגולאציעס ווערט

יעצט געדעקט.

איינטריט

איר האט דעם רעכט צו:

• צו באקומען אן איינשטאלט איינטריט איינמעלדונג און פון צייט צו צייט מעלדונגען פון דא און ווייטער אז דאקומענטן

און סערוויסעס זענען מער נישט געדעקט דורך אינשורענס און זיי וועלן אייך רעכענען דערפאר.

די איינשטאלט מעג:

• בעטן און פאדערן א פאמיליע מיטגליד אדער איינוואוינער פארשטייער וואס האט לעגאלע צוטריט צו אייערע

פארדינסטן אדער קוועלער צו צאלן פאר די אנשטאלט פלעגונג און צו אונטערשרייבן א קאנטראקט אן אויסשטיין

פערזענליכע שאדן.

איבערפירן אדער באפרייאונג

איר טארט נישט געשיקט ווערן צו אן אנדערע נוירסינג היים אדער באפוילן צו פארלאזן די נוירסינג היים נאר

אויב די פאלגנדע זענען גילטיג:

• די אריבערפירונג אדער באפרייאונג איז נויטיג פאר אייער געזונט און אייערע געברויכן קענען נישט ווערן נאכגעקומען

אין די אנשטאלט.

• די אריבערפירונג אדער באפרייאונג איז פאסיג וויבאלד אייער געזונט האט זיך גענוג פארבעסערט אזוי אז די

רעזידענט דארף מער נישט די סערוויסעס צוגעשטעלט דורך די אנשטאלט.

• די זיכערהייט פון די אינדיווידואלן אין די אנשטאלט איז איינגעשטעלט צוליב אייער קלינישע אדער אויפפירונג

צושטאנד.

• די זיכערהייט פון אינדיווידועלן אין די פאסיליטי וואלטן אריין אין סכנה.

איר האט פארפעלט, נאכן נאך א יושר’דיגע און פאסיגע איינמעלדונג, צו באצאלן (אדער צו באצאלן דורך אדער )Medicaid אן אויפהאלטונג אין די אנשטאלט. אומבאצאלט איז גילטיג צו אייך אויב איר גיבט • די נויטיגע פאפירן פאר דריטע פארטיי פעימענט אדער די דריטע פארטיי, אריינגערעכנט Medicare Medicare נישט אריין

,Medicaid זאגט אפ אייער קלעים און אנטזאגט זיך צו צאלן פאר אייער אויפהאלטונג. פאר אן איינוואוינער בארעכטיגט פאר Medicaid נאכן איינטריט צו אן אנשטאלט מעג די אנשטאלט רעכענען אן אדער וואס ווערט

איינוואוינער נאר ערלויבטע טשארדזשעס אונטער ;Medicaid אדער

• די אנשטאלט הערט אויף אנגיין.

איר האט דעם רעכט צו:

• באקומען 30 טאג פריערדיגע געשריבענע איינמעלדונג איבער די אנשטאלט’ס פלאן און סיבה אייך צו באפרייען

אדער אריבערפירן, חוץ ווען ס’איז דרינגנד.

• צו אפיעלן אן אריבערפירונג אדער באפרייאונג מיט די ניו יארק סטעיט דעפארטמענט אוו העלט.

זעלבסט-באשטעטיגונג

איר האט דעם רעכט צו:

• ווערן איינגעמאלדן איבער אייער רעכטן און אלע געזעצן און רעגולאציעס אין פארבינדונג צו איינוואוינער אויפפירונג

און פאראנטווארטליכקייטן דורכאויס אייער אויפהאלטונג אינם אנשטאלט.

• ווערן פארגעשלאגן אויסוואלן און ערלויבט צו מאכן באשלוסן וואס זענען וויכטיג פאר אייך.

• מאכן פערזענליכע באשלוסן, ווי וואס אנצוטוהן, ווען צו גיין שלאפן, אדער וויאזוי צו פארברענגען אייער פרייע צייט.

• באקומען סערוויסעס מיט זאכליכע איינריכטונגען פאר אינדיווידואלע נויטיגונגען און גלייכונגען.

• אנטייל נעמען אינם פלאנירונג פון אייער פלעגונג און סערוויסעס.

• אליינס צו נעמען מעדיצינען אויב עס איז קליניש מעגליך.

• אננעמען אדער אפזאגן פלעגונג און באהאנדלונג.

• איבערזען אייער פערזענליכע פינאנצן, אדער צו ווערן געהאלטן אינפארמירט איבער אייער פינאנצן אויב וועלט איר

אויס צו לאזן די אנשטאלט אדער איינעם אנדערש דאס איבערזען פאר אייך.

• אפזאגן צו טוהן ארבעט אדער סערוויסעס פאר די אנשטאלט.

• אויסוועלן אייער דארט זייענדע דאקטער.

• טיילן א צימער מיט אייער מאן/ווייב אויב ביידע שטימען איין צו דעם.

• ווערן צוגעשטעלט א סטעיטמענט אז אויב ווערט אייך אוממעגליך צו מאכן אייערע אייגענע באשלוסן און באשטימט אלס אימקאמפעטענט און נישט ווערן צוריקגעשטעלט צו לעגאלע האלטונג, אדער אויב א קאנסערוועיטער זאל ווערן געשטעלט פאר אייך, די רעכטן און פאראנטווארטליכקייטן זאלן ווערן דורכגעפירט דורך דעם דערוועלטן

קאמיטע אדער קאנסערוועיטער אין א פארשטייענדע פאזיציע.

• ווערן צוגעשטעלט א סטעיטמענט ביים אדער פארן איינטריט צום אנשטאלט אייך איינמעלדן אייערע רעכט צו מנדב

זיין איברים, טישו, אדער גאנצע גוף נדבות, און די מיטלען וויאזוי איר קענט מאכן אזא נדבה.

צוטריט

איר האט דעם רעכט צו:

• צו א פארזיכערטע, ריינע, היימליכע אטמאספערע.

• צו באקומען הילף אויב זענען איינער פון אייערע חושים באגרעניצט.

• צו באקומען אינפארמאציע אין א שפראך וואס איר פארשטייט. (צב”ש ספאניש, ברעיל.)

• צו ווערן גענצליך אינפארמירט איבער די סערוויסעס וואס זענען דא צו באקומען און די פארבינדענע קאסטן.

• צו זיין אינפארמירט און באקומען הילף אין האבן צוטריט צו Medicare אדער Medicaid בענעפיטן.

• צו זיין פריי פון אפצאל פאר סערוויסעס געדעקט דורך Medicare אדער Medicaid בענעפיטן.

• צו אונטערזוכן אייער רעקארדס און באקומען קאפיעס פאר א צוגענגליכע פרייז.

• צו ערלויבן אן אמבאדסמען צו האבן צוטריט צו אייער מעדיצינישע אדער פערזענליכע רעקארדס, אריינגערעכנט

פינאנציעלע רעקארדס אויב איר, אדער, ווען שייך, אייער אויפזעער אדער באשטימטע העלט קעיר פראקסי האט

געגעבן קלארע געשריבענע ערלויבעניש צוצושטימען צו אזא פארעפנטלונג.

• צו האלטן און נוצן פערזענליכע חפצים.

• צו באקומען א מעלדונג פון פארויס אויב ס’דא פלענער צו טוישן אייער צימער אדער רוממעיט און אנטזאגן די

טוישונגען אויב ס’איז פאר די באקוועמליכקייט פון די שטאב אדער די טויש איז אפגעזונדערט פון א געוויסע חלק

פונם נוירסינג היים.

• צו ארגאנזירן און אנטייל נעמען אין א רעזידענט קאנסול און פאר אייער משפחה צו ארגאנאזירן און אנטייל נעמען

אין א פעמילי קאנסול.

• צו באקומען עסן אויפן פארלאנג אדער עסן פראדוקטן צוגעגרייט אין איינקלאנג מיט רעליגיעזע עסנווארג

פארשריפטן ווי כשר און חאלאל.

• צו אנטייל נעמען אין סאציאלע, רעליגיעזע און געמיינדע אקטיוויטעטן, אריינגערעכנט דאס רעכט צו שטימען.

• צו ליינען די רעזולטאטן פון די לעצטיגע סטעיט אדער פעדעראלע אונטערזוכונג אויספרעג און די אנטשטאלט’ס

פלאן צו פאררעכטן סיי וועלכע פארלעצונגען.

• זיך פארבינדן מיט אייער אמבאדסמאן, אדער סיי וועלכע פארשטייער אדער אגענטור וואס שטעלט צו געזונטהייט,

סאציאלע, לעגאלע, אדער אנדערע סערוויסעס.

פערזענליכע אפגעבן

איר האט דעם רעכט צו:

• צו אייניגע צוטריט צו דויערהאפטיגע באדינונג.

• צו ווערן פאראויס איינגעמאלדן איבער אפגעבן און באהאנדלונג, אריינגערעכנט אלע ריזיקעס און בענעפיטן.

• צו באקומען גענוג און פאסיגע באדינונג.

• צו ווערן אינפארמירט איבער אלע טוישונגען אין אייער מעדיצינישע צושטאנד.

• צו אנטזאגן מעדיצין אדער באהאנדלונג.

• צו אנטזאגן כעמישע אדער פיזישע איינבינדונגען

באזוכן

איר האט דעם רעכט צו:

• צו באזוכן דורך פארשטייער פון די שטאטישע אויספרעג אגענטור און די אפיס פון סטעיט לאנג טערמיניגע

באהאנדלונג אמבאדסמען.

• צו באזוכן דורך קרובים, פריינט און אנדערע מענטשן פון אייער אויסוואל אין די צייט וואס איר וועלט אויס.

צו באזוכן דורך ארגאניזאציעס אדער אינדיווידואלן וואס שטעלן צו געזונטהייט, סאציעלע, לעגאלע, אדער אנדערע •

סערוויסעס.

• צו אנטזאגן באזוכער.

פריוואטקייט

איר האט דעם רעכט צו:

• צו פערזענליכע פריוואטקייט דורכאויס פלעגונג און באהאנדלונג.

• צו קאנפידענשיעליטי אין באשטייערונג צו אייער פערזענליכע און מעדיצינישע אינפארמאציע.

• צו פריוואטע און אומגעצוימטע באזוכן מיט סיי וועלכע מענטש וואס איר וועלט אויס, פערזענליך און טעלעפאניש.

• צו שיקן און באקומען פאסט אן קיין שטערונגען.

• פריוואטקיין און קאנפידענשיעליטי אין פארבינדונג צו מעדיצינישע, פערזענליכע, און פינאנציעלע אנגעלעגנהייטן.

קלאגעס

איר האט דעם רעכט צו:

• צו אויסדרוקן אומצופרידנהייט אדער טענות איבער באהאנדלונג אדער סערוויסעס אן דיסקרימינאציע אדער מורא

פון שטראפונג.

• צו ערווארטן די אנשטאלט זאל צייטליך אויספארשן און פרובירן צו לייזן אייערע זארגן.

• פארבינדט אייך מיטן אמבאדסמען צו שתדל’ען פאר אייך, פריי פון דיסקרימינאציע אדער מורא פון שטראפונג.

ניו יארק סטעיט דעפארטמענט אוו העלט צענטראליזירטע קלאגעס און אינטעיק פראגראם

NYSDOH DRS/SNHCP:פאסט

פאסט אפשטעל: CA/LTC

EMPIRE STATE PLAZA

Albany, New York 12237

קלאגע האטליין18882014563:

408-1157 )518(:פאקס

https://www.health.ny.gov/nursinghomecomplaints :וועבסייט

לאנג-טערמיניגע קעיר אמבודסמאן פראגראם

1-855-582-6769:טעלעפאן

ניו יארק סטעיט אסאסיעשן אוו אינדיפענדענט ליווינג )NYAIL)

465-4650 אימעילinfo@inly.org: וועבסייט: www.ilny.org טעלעפאן: )518(

ניו יארק סטעיט אפיס פַאר די עלטערע

1-844-697-6321:טעלעפאן

די ניו יארק סטעיט פראגראם פאר איינוואוינער מיט אינטעלעקטואלע אדער דעוועלאפמענטאלע

באגרעניצונגען אדער וואס זענען גייסטיש קראנק איז:

דיסאביליטי רעכטן ניו יארק אדרעס: 725 450 Suite Broadway 12207 York New Albany,

Mail@DRNY.org:אימעיל

432-7861 )518(:טעלעפאן

18009938982:פריי-טאל

427-6561 )518( :פַאקס

לעגאלע סערוויסעס אגענטורן און קאמיוניטי ריסאורסעס

איינוואוינער פארטיידיגונג סערוויסעס קאמיוניטי ריסאורס גייד